yanklperetz

yanklperetz

28p

12 comments posted · 35 followers · following 0

8 years ago @ Yiddish Daily Forward - נײַער דיגיט... · 0 replies · +2 points

איך באַגריס אײַער אַרבעט און װינטש אײַך הצלחה! קען זײַן אַז איך קען אײַך מיט עפּעס אַרױסהעלפֿן, אַז איר װעט זיך שטעלן מיט מיר אין קאָנטאַקט.

9 years ago @ Yiddish Daily Forward - די חרדישע וו... · 3 replies · +1 points

עס זעט מיר אױס אַז דער מחבר פּלאָנטערט צונױף די ליבשאַפֿט צו ארץ־ישֹראל װאָס איז אַן אײביקער טײל פֿון אונדזער גלותדיקער (און ביז־גלותדיקער) טראַדיציע, און די מאָדערנע ציוניסטישע באַװעגונג װאָס נישט װײניק אַנשי־תּורה האָבן באַקעמפֿט פֿון אָנהײב אָן. סײַדן איך האָב אַ טעות און דער אַנטי־ציוניזם איז שוין טאַקע געװאָרן אַן אַנטי־ארץ־ישֹראליזם. צי איז דען אײנער װאָס פֿילט אַ ליבשאַפֿט צום לאַנד פֿון די אבות אױך מחויבֿ צו זײַן אַ פּאַטריאָט פֿון דער דאָרטיקער מלוכה?

צװײטנס דאַכט זיך מיר אַז נישט נאָר אין דער גאָלדענער מדינה, נאָר אױך אין ישֹראל װאַקסט די אַסימילאַציע צום אַמעריקאַניזם בכלל און צו מאַטעריאַליזם בפֿרט. װען 85% פֿון ישֹראלים קענען ענגליש איז (לײדער?) אַפֿילו נישט נײטיק צו קענען העברעיִש כּדי צו קאָמיניקירן מיט ישֹראלים. און די שפּראַכיקע אַסימילאַציע בײַ פֿרומע ייִדן צו דער מלוכה־שפּראַך איז דאַכט זיך נאָך גרעסער אין ישֹראל װי אין אַמעריקע. די אַמעריקאַנער פּאָפּולערע קולטור און איר השפּעה איז בעװנותינו־הרבים צו געפֿינען אױף שריט און טריט אין ישֹראל.

צװישן די פֿריִיִקע ציוניסטן זענען כּידוע געװען די גרעסטע שֹונאים פֿון דער ייִדישער קולטור פֿון מזרח־אײראָפּע, און יענע שֹינאה צום גלות־ייִד טליִעט נאָך הײַנט, גלײב איך, אונטער דער אײבערפֿלאַך פֿון דעם כּלליותדיקן ישֹראלדיקן באַװוּסטזײַן. עס איז מיר אינטערעסאַנט צו װיסן צי דער מחבר האָט אַ פּלאַן אױסצושטימען די צװײ קעגנדיקע קולטורעלע שטראָמען.

9 years ago @ Yiddish Daily Forward - סאַטמערער ד... · 0 replies · +4 points

אַ תּיקון־טעות: אין אַרטיקל שטײט: „אויף חסידיש ייִדיש שרײַבט מען קיין מאָל נישט צוויי יודן צוזאַמען, ווײַל עס זעט אויס ווי גאָטס נאָמען; דערפֿאַר שרײַבן די חסידים דעם ספּיקערס נאָמען ווי „דזשאָן בעינער‟.“
עס הײבט זיך גאָר נישט אָן. קוקט זיך גוט אַלײן אײַן אין דער פֿאָטאָגראַפֿיע װאָס איר ברענגט, װעט איר זען צװײ־יודן באַשאָטן אױפֿן בלאַט װי מאָן. די מערסטע װערטער װאָס אינעם ייִװאָ־אױסלײג װערן זײ געשריבן מיט צװײ־יודן אָדער מיט פּתח־צװײ־יודן שרײַבן זיך אין די הײַנטיקע חסידישע פּובליקאַציעס מיט צװײ־יודן. נאָר װאָס, מיר װײסן דאָך אַז ס׳רובֿ רעדן די הײַנטיקע חסידים צענטראַל־ייִדיש, און אין צענטראַל־ייִדיש רעדט מען אַרויס די אַלע אַלטע ייִדישע װערטער מיט (פּתח־)צװײ־יודן אָדער אַי אָדער אַאַ (לאַנגער אַ). װאָס טוט מען אָבער מיט אַ נײַ װאָרט װאָס דאַרף אַרויסגערעדט װערן מיט אַן ey קלאַנג װי אין ענגליש cake? דאָס מוז מען שרײַבן עי. אַנדערש װאָלט מען דעם אױבן־דערמאָנטן נאָמען פֿאַלש אַרויסגערעדט John Beiner (גראַמט זיך מיט minor). נאָר װאָס, בײַ ייִדישיסטן האָט זיך אַזוי אײַנגעשטעלט, אַז מע שרײַבט די דאָזיקע װערטער דװקא מיט צװײ יודן, די פּוילישע ייִדן אױף צעפּיקעניש. פֿאַקטיש שטימט דער חסידישער שטײגער שרײַבן (עס רעדט זיך נאָר אַזוי, ער שטאַמט דאָך גאָרנישט פֿון די חסידים) בעסער מיטן אינטערדיאַלעקטישן פּרינציפּ פֿון ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע. דער עיקר, אָבער, עס זענען פֿאַראַן גאַנץ גוטע סיבות צו שרײַבן מיט עי, װאָס האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט דעם, װאָס די הענט נישט געװאַשן.

9 years ago @ Yiddish Daily Forward - אַ „צדיק ... · 0 replies · +2 points

צום גרעסטן טײל אַרטיקל קען איך בלויז זאָגן מיט אַראָפּגעלאָזטע אױגן „קטנתּי”. לאָמיר נאָר האָפֿן אַז אַנדערע ייִדיש־לערנער װעלן דערפֿון שעפּן מוט און חשק צום לערנען און מאַכן אײגענע סיומס.

אײן תּיקון־טעות װיל איך אָבער מאַכן: די מאַגיסטער־אַרבעט האָט נישט קײן דירעקטע שײַכות צו OCR. דער ציל דערבײַ איז געװען צו העלפֿן דעם קאָמפּיוטער דערקענען פֿאַרשידענע אָרטאָגראַפֿישע װאַריאַנטן פֿון אַ געגעבענעם װאָרט. די הויפּט־אָנװענדונג פֿון דעם װאָלט משמעות געװען בײַם זוכן װערטער אין אַ קאָרפּוס. די גאַנצע אַרבעט איז פֿרײַ פֿאַרן אַלגעמײנעם צוטריט און געברויך: http://tinyurl.com/qg8ogbh

9 years ago @ Yiddish Daily Forward - פֿאַרגעסט נ... · 0 replies · +1 points

בנימין, אַ דאַנק פֿאַרן אינטערעסאַנטן פּרט װעגן ד״ר שעכטערן. דו שרײַבסט אָבער אַז ער איז אַ יוצא־מן־הכּלל צו הערשלס קאָנסטאַטירונג.. אדרבא, איפּכא מסתּברא — ער איז גאָר אַ משל דערפֿון. װען הערשל שרײַבט „נישט אײן ייִדישיסט” מײנט ער אַװדאי ׳מער װי אײן ייִדישיסט׳. אַנישט װאָלט ער דאָך געשריבן „נישט קײן אײן ייִדישיסט...”

עס איז אינטערעסאַנט דער קאָנטראַסט —
ייִדיש: נישט אײן = מער װי אײן
ענגליש: not one = less than one

9 years ago @ Yiddish Daily Forward - די אַזוי־גע... · 0 replies · +1 points

ר׳ לײזער, האָסטו אַלײן איבערגעזעצט װײַנרײַכס בריװ? אויב ער האָט אים אַװעקגעשיקט מעקגראָ־היל, איז דער בריװ, דאַכט זיך, אָריגינעל געװען אױף ענגליש?

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - פֿרייקס דער ... · 0 replies · +1 points

אין גרױסן װערטערבוך געפֿינט זיך נאָר אַרבאַלעסט, נישט אַרבאַלעט.

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - איז בן־גורי... · 0 replies · +1 points

איך פֿאַרשטײ נישט װאָס איז דאָ אַזױ צו װוּנדערן. דאָס װאָס בן־גוריון האָט פֿליסיק געקענט ייִדיש (ס׳איז דאָך געװען זײַן מאַמע־לשון) און דאָס װאָס ער האָט געהאַט זײער אַ נעגאַטיװע שטעלונג צו אָט דער שפּראַך זענען צװײ פֿאַקטן װאָס זענען זיך בכלל נישט סותר. מסתּמא זענען די מערהײט פֿון די העברעיִסטן געװען מזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן. דאָס װאָס בן־גוריון האָט בשֹעתּו אױסגענוצט די שפּראַך כּדי צו דערגרײכן געװיסע פּאָליטישע צװעקן איז אױך נישט פֿון די גרױסע חידושים. מיט דעם קען מען נישט אָפּפֿרעגן די סבֿרא אַז ער איז טאַקע געװען אַ פֿײַנט־האָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

און דאָס װאָס מאָלאָדאָװסקי האָט געפֿילט אַז בן־גוריון איז „אײנער פֿון אונדז” לײגט זיך מיר אױך אױפֿן שֹכל. נישט געקוקט אױף זײערע חילוקי־דעות, זענען זײ אַלע געװען מזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן. זײ האָבן געטײלט אַ שפּראַך, אַ קולטור, אַ געמײנזאַמע געשיכטע, פֿון װעלכע בן־גוריון װאָלט זיך אַלײן קײן מאָל נישט געקענט אַװעקרײַסן.

אָבער בן־גוריון און זײַנס גלײַכן האָבן אָפּגעטאָן אַ גרױסן שפּיצל דעם ייִדישן פֿאָלק. זײ האָבן אױפֿגעהאָדעװעט אַ גאַנצן דור ייִדן װאָס זענען נישט „פֿון אונדזערע”, מיליאָנען ייִדן, פֿון װעלכע עס זענען אױסבאַהאַלטן געװאָרן אָט די דאָזיקע שפּראַך, די קולטורעלע אוצרות, די געשיכטע פֿון טױזנטער יאָר, און אַזױ אַרום געשאַפֿן אַ ריזן־ריס צװישן ייִדן אין ארץ־ישֹראל און די ייִדן אין די תּפֿוצות, און דאָס איז פֿון די גרױסע טראַגעדיעס און פֿאַרברעכנס װאָס ייִדן זענען באַגאַנגען קעגן זיך אַלײן, ר״ל.

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - דער ייִדישע... · 0 replies · +2 points

אַ גן עדן התחתון! װען איך בין ראָטשילד, לײזער, װאָלסטו געהאַט דײַן יידישן קאַפע....

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - בונדיסטישע ... · 0 replies · +3 points

אַ דאַנק שרה־רחל פֿאַרן געפֿינס! ס׳איז מיר קשה פֿאַר װאָס אַ סך פֿון די אינטערװיויִרטע -- װי יצחק לודען, חנא שמערוק, זלמן מלאָטעק -- האָבן גערעדט ענגליש אָדער העברעיש װען מע װעט סײַ װי איבערזעצן. קען נישט זײַן אַז מ׳האָט נישט געװוּסט אַז זײ קענען יידיש...