formerly orthodox

formerly orthodox

74p

308 comments posted · 4 followers · following 0

5 years ago @ Yiddish Daily Forward - פּערסיש־ייִ... · 0 replies · +2 points

יאָ איר האָט רעכט אַז די בוכאַרישע אידן רעדן אַ מין שפּראַך װאָס איז ענליך צו פּערסיש - ענליך אױך צו דער גויִשער שפּראַך װאָס די גויִם פֿון טאַדזשיקיסטאַן רעדן. איך האָב אַ מאָל געהאַט שכנים בוכאַרישע און אױך באַקאַנטע פֿון איראַן. זײ האָבן געקענט רעדן אײַנער מיטן אַנדערן און כּמעט אַלץ פֿאַרשטײן.

6 years ago @ Yiddish Daily Forward - נײַער נומער ... · 1 reply · 0 points

איך האָב דאָרט געקױפֿט אײנס בײ אַמאַזאָן נישט לאַנג צוריק און עס איז געװען אַ גרױס פֿאַרגענוגן דאָס צו לײענען. איך האָב נישט געהאַט געװאוסט אַז ר' יעקובזאָהן איז פֿון די רעדאַקטאָרן דערפֿון.

6 years ago @ Yiddish Daily Forward - „ס׳אַראַ ... · 0 replies · +1 points

עס איז שענער אױף אידיש װי אױף עברית און ענגליש

7 years ago @ Yiddish Daily Forward - ישׂראלדיקער... · 0 replies · +1 points

װיבאַלד אַז מען זאָגט אַז פּאָנטשעס זענען נישט געזונט, עס איך נאָר לאַטקעס.

7 years ago @ Yiddish Daily Forward - פֿאַרדראָסי... · 0 replies · +1 points

װעמען האָבן זײ געדינגען דאָס איבערצוזעצן? אַ טערק?

7 years ago @ Yiddish Daily Forward - עלטערן אין כ... · 0 replies · +2 points

אַ באַקאַנטע מײַנע, אַ מחנכת פֿון שױן פֿופֿציק יאָר, האָט מיר אַמאָל געזאָגט, בזה הלשון׃ „די חסידישע עלטערן מוטשען זיך װי שקלאַפֿן צו פֿאַרדינען געלט צו שיקן זײַערע קינדער אין אונזערע מוסדוס פֿון װעלעכע זײ קומען אַרױס בעזגראַמאָטנע אױף דרײַ לשונות.”

7 years ago @ Yiddish Daily Forward - ווידעאָ: זעל... · 0 replies · +2 points

אָבער ער איז גערעכט אַז די משפּחות, די חברים, און די מוסדות דאַרפֿן צוצוגײן צו די קינדער און יוגענטליכע מיט אהבֿה און נישט מיט פֿײַנט, און מיט דרך ארץ, װאָס איז טאַקע קדמה לתורה. אױב נישט זענען זײ שולדיק אין די טראַגעדיעס און אומגליקן װאָס באַפֿאַלן די קינדער.

7 years ago @ Yiddish Daily Forward - ווידעאָ: זעל... · 0 replies · +2 points

פֿאַקטיש גערעדט אַ סך פֿון די אפּגעפֿאָרענע זענען אַ ביסל צעדרײט. איך קען עטליכע און נישט קײַן אײַנער (ואני בתוכם) איז אַ נאָרמאַלער מענטש פֿון אַ נאָרמאַלער שטוב מיט נאָרמאַלע עלטערען. איך קען נישט בכלל דעם דאָזיקן ארי'ן אָבער אָפן געזאָגט ער זעט נישט אױס װי אַ נאָרמאַלער מענטש אױך נישט. די לײַזונג פֿון דער פּראָבלעם ליגט נישט אין זיך אַרױסגנבֿענען פֿון דער קחילה, װאָס דער אָרגאַניזאַציע "פֿוטסטעפּס" װיל אױספּועלען. געדענקטס קינדערלעך אַז װוּ נאָר דו גײסט, דער קאָפּ דײַנער גײט מיט.

7 years ago @ Yiddish Daily Forward - מיר וווינען ... · 0 replies · +1 points

אױב מע װיל אַז ייִדיש זאָל האָבן אַ לעבן בײַ די חסידים מוז מען געפֿינען אַ װעג זײַ צו געבן צו פֿאַרשטײן אַז ייִדיש איז אַן אינטעלעגענטע שפּראַך, מיט דיקדוק (גראַמאַטיק) און אױב מע װיל עס לאָזן לעבן מוז מען דאָס לערנען מיט די קינדער (און מיט דע דערװאַקסענע אױך). לײַדער, אַ חסידיש קינד הײַנט לײענט ענגליש בעסער װי ער לײענט ייִדיש. און װען מע זעט װיאַזױ זײ לײענען ענגליש, איז עס אָך און װײ. אפֿשר בײַ די מײדלעך גײט עס אַ ביסל בעסער, מיט די געשריבענע שפּראַך, אָבער בדרך כּלל רעדן רעדן זײ ענגליש צװישן זיך. דאָס איז אין אַמעריקע. אין ישראל איז דער מצבֿ נאָך עפֿגער װײַל עבֿרית איז דאָך אױך אַ ייִדישע שפּראַך. די חב"דניקערס ניצן הײַנט כּמעט קײַן ייִדיש בכלל.

דאָס אַז מען נעמט אַרײַן אַ פּאָר ענגלישע (אָדער אינטערנאַטיאָנאַלע) װערטער און שאַפֿט ניסט קײַן נעאָלאָגיסמס מאַכט נישט אױס. פֿאַרצײַטנס פֿלעגט מען אַרײַננעמען פּױילישע װעערטער אין פּױלן און אונגאַרישע װערטער אין אונגאַרן װען מען האָט נישט געהאַט אָדער נישט געװוּסט דאָס ייִדיש װאָרט. קראַן, זשאַראָפֿקע, קאַפּעליוש - פּױילש. פּאָנזשעלאָ, פּאָפּוש, קאָקאָוש - אונגאַריש. היִינט זענען זײ אַלע פֿײַנע ייִדישע װערטער בײַ די חסידים װאָס רעדן שױן יאָ אידיש.

7 years ago @ Yiddish Daily Forward - פֿילם: אונטע... · 0 replies · +1 points

דער ערשטער פּאַראַגראַף װאָלט געקענט דערקלערן די צוגאַנג צו אידיש בײַ אַ גרױסן טײַל פֿון הײַנטיקע אשכּנזים אױך. זײ זעהן קײַן שום װערד נישט אין דער אידישער שפּראַך אַ חוץ נאָסטאַלגיע. עס איז די עלטערן װאָס זענען שולדיק אַז אידיש שטאַרבט (כאָטש זי שטאַרבט נישט!) און אַז עס איז װיכטיקער צו קענען ענגליש. (אױ װיפֿל קריטיקער זענען פֿאַרהאַן צװישן די נישט פֿרומע קעגן די חסידים װאָס רעדן אידיש בעסער װי ענגליש!) און אַפֿילו בײַ די חסידים װאָס רעדן אידיש װײניקמאָל איז מען זיך מטריח צו לערנען געהעריג די אידישע גראַמאַטיק. 'ס איז ריכטיק אַז אַ לעבעדיקע שפּראַך בײַט זיך מיט דער צײַט, אָבער דער הײַנטיקער אידיש פֿון די חסידים איגנאָרירט אין גאַנצן די אידעע פֿון גראַמאַטיק און דער אידיש װאָס אַ 40 יעריקער מענטש רעדט איז נישט אַנדעריש פֿון דעם אידיש װאָס װערט גערעדט בײַ זײַן 8 יעריקער קינד. דאָס איז אַ שאָד. און אין צװײ דירות אַרום װעט שױן נישט בלײַבן קײַן אידישער שפּראַך חוץ פֿון די מה נשתנה קשיות.