KuneLeyml

KuneLeyml

17p

9 comments posted · 89 followers · following 0

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - דער „פֿאָ... · 1 reply · 0 points

פארוואס שרייבט מען לגופו-של-אדם און נישט לגופו-של-ענין? וואס שייך אטאקירן א מענטש ווייל ער שטאמט פון רוסלאנד און פארשטייט נישט לכאורה וואס פרייהייט הייסט?

אגב, איך האב געזען עס נעמט אנטייל אין דער גרופע א פארביסענער שונא פון "פארווערטס"... ער שרייבט קיינמאל נישט אונטער זיין אמתן נאמען אפילו אז אלע אלע אלע ווייסן ווער ער איז. אלע ווייסן פארוואס ער אטאקירט דעם "פארווערטס".
איך האף אז די מענטשן וואס האבן געלייקט די גרופע טוען דאס נישט "משנאת עשיו".

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - פרעמדע קלאנ... · 1 reply · 0 points

וואס מיינט דאס ווארט "פארטשעמעוועט"? מיט וואס עסט מען דאס?

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - פרעמדע קלאנ... · 0 replies · +1 points

שיין געשריבן! לאמיר זיך ווינטשן לייענען אזעלכעס ווייטער אויך.

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - ישׂראלים או... · 0 replies · +2 points

די באמערקונגען צום ארטיקל זענען דאס בעסטע עדות אז דער ארטיקל האט נישט געטראפן ווייט פון פינטל . קען מען בפירוש איינזען אז עס איז נישטא קיין קאנטאקט צווישן די צוויי גרויסע ישובים: די אמעריקאנער פארשטייען נישט די ישראלים און "וויסע ווערסא".
די אמעריקאנער האבן נישט קיין אנונג וועגן ישראלדיקער קולטור און מענטאליטעט און די ישראלים אינטערעסירן זיך נישט אין די אמעריקאנישע יידן.
1. וואס שייך עם-הארצישקייט: צי מ'קען אויסרעכענען די פובליקאציעס וועגן יידישער געשיכטע , קאטעדרעס, פארלאגן און ביכער וואס פארנעמען זיך מיט יידישער געשיכטע? צי מ'האט א מאל בכלל אריינגעשמעקט אין א ביכער געשעפט אין ת"א? צי מ'קען אנרופן די נעמען פון כאטש 5 ישראלדיקע היבטאריקער? צי מע האט א מאל געלייענט א געשיכטע בוך פובליקירט אין ישראל?
2. ווייניקער אינטערעס? קענט איר אויפווייזן?
3. וואס שייך פאליטיק, די ישראלים אליין זענען נישט איינשטימיק פונקט ווי אמעריקאנער זענען נישט איינשטימיק.

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - כאַזאַרן אַ ... · 0 replies · +2 points

די כאזארן שפייזן די אנטיסעמיטיזם וואס האט זיך איינגעגעסן אין די הערצער פון דעם רוסישן המון.
וואס עס שייך די היסטארישע פאקטן, איז גארנישט קלאר וואס זענען געווען די כאזארן ווי זיי האבן געלעבט און זייער גורל. איינס איז קלאר זיי זענען נעלם געווארן און נישט איבערגעלאזט כמעט קיין שום שפור. זיי זענען געווארן א מכשיר אין די הענט פון גיפטיקע רוסן און דורכגעפירט פון די רוסן אין דער אראבישער פראפאגאנדע וואס באמיט זיך אונטעררייסן די לעגיטימישקייט פון די יידן. א מאל זענען די יידן גאר כאזאר א מאל איז יוזל א פאלעסטינער, א מאל שלמה המלך האט געבויט א מעטשעט (אזוי!) אויף הר-הבית א.ד.ג.ל.

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - סטאַלין בלײ... · 0 replies · +1 points

עס איז זייער לייכט צו באזינגען "די ארדענוג" וואס האט געהערשט אין ראטנפארבאנד כל-זמן מ'דארף נישט באצאלן מיטן קאפ פאר איר.
זיי לויבן סטאלין? זאל זיי ווויל באקומען. אזוי וועט רוסלאנד אייביק בלייבן א לאנד ווו מ'האט ליב דעם אייזענרעם קלעם און די ברוטאלע טאטן.

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - ייִדישע טאָ... · 1 reply · +1 points

פארוואס טאקע ווארפן די יידישע גבירים זייער געלט פאר נארישע קאמפיינס? וואס העלפט דאס?

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - אַ פֿייגעלע ... · 0 replies · +1 points

די נאסטאלגיע וואס ווערט אין קורץ ארומגערעדט עקזיסטירט נישט הלכה למעשה, די הויפט-טרעגערס פון דער נאסטאלגיע זענען אויף עולם-האמת אדער אין א טיפן עלטער . לויט מיין מיינונג וואס בלייבט איז יונגע אמעריקאנישע יידן וואס זוכן פון לאנג פארלוירענע שורשים און גויים וואס עס ציט זיי צו עקזאטישקייט. אויב שוין, קען יידיש דינען ווי א קולטורעלע "פילעכץ" פאר אמעריקאנישע יידן וואס קענען זיך נישט געפינען קיין ארט אין דעם ארומיקi קולטור.

11 years ago @ Yiddish Daily Forward - אַ פֿייגעלע ... · 2 replies · +1 points

יא, מ'האט געשטעלט אויפן טיש וואגיקע טענות. צוריקגערעדט ווייס איך נישט ווער עס האט זיך טאקע ערנסט געשפילט מיט דער פאנטאזיע פון מאסן חסידים
וואס וועל זיך היינט-מארגן איינשליסן אין די רייען פון דער וועלטלעכער יידישער קולטור.
דער שרייבער פון דעם ארטיקל האט זיך ,אין א געוויסער מאס, אריינגעריסן דורך אן אפענער טיר, איז מה-הועלנו? איך האב זיך נישט אנגעשטויסן אין קיין איינפאל וואס קען מען יא אויפטון אדער כאטש ווי זעט ער די צוקונפט פון יידיש.