Dr. Chaim

Dr. Chaim

54p

136 comments posted · 54 followers · following 0

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - הלכה אין סתּ... · 0 replies · +3 points

רחמנא ליצלן ווי מיר האלטן אז דער פארווערטס אסאסיאציע מוז נעבעך שרייבן אזאלכע נארשיקייטן, כאילו א גייסטיליכער כומעני איז א גרעסערער טראכטער און דענקער וויכטיגער ווי די סאמע גרעסטע איראנע פראפעסארן. - אלעס צוציצוען די חסידים וואס זענען די היינטיגע אידיש רעדער.

אוי ואבוי פאר אזא מאמע לשון לוינט זיך שוין רעדן טערקיש! פעך ווי דער פארווערטס פארמיאוסט אונזער שפראך אז מיר מוזן דאס איבערלאזן.

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - ליפּע שמעלצ... · 0 replies · +1 points

איך ווי רוב חסידים האבן בלעקבעריס. סוואלט געווען כדי צו באשרייבן אין אידיש וואס ער זאגט. ווייל אויפן בלעקבערי קען מען נישט הערן דעם שמועס. א דאנק!

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - חרדיזם ווי א... · 0 replies · +3 points

א) אמת דער עקסטרעמער האספולער פאנאטישקייט פון חרדיזם וועקט אויף דאס מענטשליכקייט צו טראכטן און דער מאדערענער ליבע פון לאזן אלעס ביי מאדערן ארטאדאקסן וועקט נישט און מאנט נישט אזויפיל. - אבער עס איז דא גענונג און נאך חסידים וואס האבן נאר אנגעהויבן טראכטן אביסל האלבוועגס און געטראפן א רוסישע אדער ספרדישע ווייבל און וואונען היינט אין קעזינגטאן אדער עירמאנט ביי ליפא און שיקן די קינדער צו ישיבה אוו ספרינג וואלי אדער תורה תמימה און זייערע קינדער וועלן ווערן מער מאדערן. - איך גלויב נישט אז רוב וואס פארלאזן חסידים ווערן גענצליך אוי.טי.די.

ב) אויך איז נישט שייך צו זאגן אז ס'רוב אוי.טי..די.'ס זענען פון חסידישן אפשטאם. - ווייל אין הכי נמי זייער אידישקייט איז נישט אזוי עקסטרעם איז דאס אבער רעלאטיוו צו זייער אפענקייט צו די היינטיגע מאדערענע וועלט אויך זייער פראבלעמאטיש צו לעבן אין זייער הלכהדיגע פאנטישקייטן ווי נישט ערלויבט צו זען ליבע סצענעס אויף פילעמען אדער הערן ליבע מוזיק פון פרויען זינגערינ'ס א.א.וו. וואס די מאדערנסטע ארטאדאקסן האבן דאך נאך הלכה'דיגע באגרעניצונגען וואס איז באזירט אויף אלט-מאדישע מאראלישע פרינציפען וואס איז שוין היינט אפגעפרעגט לחלוטין און טראסקעט דעם מאדערן ארטאדאס איד אריין אין א דילעמא צו טראכטן אפשר מער ווי דער חסיד וואס ווי פאנאטיש ער זאל נאר נישט זיין האט ווייניגער נסיונות פון וועלטליכע סטאנדארטן וואס פאטשן אים נישט אזוי נאכאנאנד אין פנים, צוליב זיין רעלאטיוו איזאלאציע פון די וועלט מער פונעם מאדערנער איד.

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - אַ שליסל צו ... · 0 replies · +1 points

איין זאך זעה איך עס קומט פון דער לשון קודש'ע ווארט ''קנה'' http://en.wiktionary.org/wiki/canon

אין ליטעראטור איז דאס דער קאלעקטיווער זאמל ווערק די סאמע 'מייסטערווערק' פון די הויפט שרייבער וואס האבן געפארעמט די קולטור, און לויט זייער ארבעט טאלאנט און קונסט, מעסט זיך דער ווערט און גרויסקייט פון ליטעראטור און קולטור בכלליות פון אנדערע שרייבער און קונסטלער וואס זענען געקומען נאך די ערשטע 'קאנאן' שרייבער. מער ספעציפיש דא אין קרוטיקאוו'ס ארטיקל רעדט זיך ארום איבער דער רוסישע קולטור. אין אידישקייט איז דאס ווי די ''ראשונים''' און דער ענגלישער וויקיפעדיע איז נאר דא אן ערך פאר ''מערב קאנאן'' http://en.wikipedia.org/wiki/Western_canon

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - חכמים אָן חכ... · 0 replies · +2 points

קליינער תיקון טעות: פון קווינס קיין ברוקלין: מער פונקטליכער פון וויליאמסבורג, וואס דאס נענטער צו קווינס, קיין בארא פארק. דארטן ווי מען פארט ארויף אויפן פראספעקט עקספרעסוועי פון בי.קיו.אי. א גרויסן דאנק פארן באשרייבן דעם שילד. באמת א וויכטיגער לייזונג.

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - פּוטינס גט - ... · 0 replies · +1 points

וואס מיינט ''אָרדען'' ?
דער טראנסליר כלי טייטשט דאס נישט איבער.

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - אַהרונים או... · 0 replies · +1 points

א דאנק פארן באריכטן וואס טוט זיך אין די אידיש גאס. וואס דאס איז טאקע דאס רוב סאטמארע אידן וואס רעדן היינט צוטאגס אונזער מאמע לשון. (הגם די ארונים נוצן יא דעם טריפה עברית שפראך צוליב זייער רביצן סאשע וואס קען נישט קיין אידיש ליידער זייענדיג אן ארץ ישראל'דיגע מיידל)

קליינער תיקון טעות, דער אמת'ער נומער פונעם פראטעסט איז מסתמא געווען עטליכע טויזנט פון אלע בילדער און ווידיא וואס איך האב געזען זע איך נישט מער ווי 5 טויזענט מאקסימום. איך ווייס נישט פארוואס איר שאצט 20 צו 30 טויזנט. די ארונים וואס האבן אנגעפירט דעם פראטעסט האבן קלאר געזאגט אויפן מיקראפאן אז די פאליציי שאצט פאר 75 טויזנט. על כל פנים אייערע נומערן איז זיכער פאלש.

אבער די איבעריגע פאקטן פונעם ארטיקל איז זיכער אמת. דהיינו מהאט געפייניגט שפיטיווקער רבין שליט"א פארן האלטן א שילד קעגן רב שטיינעמאן. ווי דער ארטיקל דא שטעלט קלאר. א דאנק פארן אויפדעקן זייער ריכטיגער פרצוף אז סאטמאר איז גארניט אינטערשטעליג פון כוחי ועוצם ידי פון די ציונים. אט האט איר די בילדער און ווידיא ווי זיי שעמן זיך ניט שטיל מאכן די פרייהייט פון אויסדרוק פון א רב בישראל מיט גויאישע פאליציי און אנדערע מיטלען. וכדי בזיון וקצף: http://ladaat.info/article.aspx?artid=6278

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - אַ פֿילם ווע... · 0 replies · +1 points

א דאנק פארן באשרייבונג, איך האב דאס געזען איצט סאיז טאקע זייער אינטערסאנט געווען! עס גיבט צו פארשטיין די נאציס און די אידן 6 מיליאן פון זיי. איצט פעלט מיר נאר אויס א פילם וואס איז מסביר וואס היטלער'ס מאטיווען און איפעטוס איז געווען. אין חדר האט מען מיר געזאגט ער איז געווען א שד נישט קיין בן אדם, איז דא א פילם וואס באשטעטיגט דאס?

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - נישט גענוג פ... · 0 replies · +1 points

א דאנק דעם פארווערטס האט א סאטמאר מחברט'ע מנדב געווען עטליכע טויזנט דאלער thanks for donating and commenting u inspired the author Anouk Markovicth from "i am forbidden" a book about Satamar Rebbe to donate as well 2k http://www.indiegogo.com/projects/bring-kelly-s-k...

10 years ago @ Yiddish Daily Forward - נישט גענוג פ... · 0 replies · +1 points

אוי איז דער מיירע א א טיפישער חסידיש מיט אן א' רעאקציע....

דער פארווערטס טוט ענדלעך באריכטן איבער חסידישע קידנעפינגס. בשעת זיי האבן פארשוויגן יארן לאנג חסידישע קידעפערס קרבנות ווי ''ישי פימא'' און ''יאסאלע שומאכער'' גוגלט זיי וועט איר זען וואס דער פארווערטס האט אייך נישט דערציילט. רופן די חסידים אן די פארווערטס בעלי מחלוקת. דער 'מיירע מיט א'' דערציילט אייך נישט וואס טוט זיך אין די חסידישע צייטונגען מחלוקת יעדע וואך קעגן אלע זייערע רעביס קאנקרוענטן און ברודער, איצט אז דער פארווערטס האט ענדליך אפגעדרוקט די געוויין פון א מאמע וואס האט פארלוירן אירע פיצקעלע עופה'לעך און בעט זיך פאר הילף איז דאס מחלוקת!?

אין אמת'ן געזאגט איך האב שוין געליינט פון ר' שלום דין אויף ענגליש אין זיין חסידיש סייט אן-פיאות, ער האט אליינס פארלוירן זיינע אייגענע קינדער צוליב דעם וואס ער איז נישט אזוי גענוג פרום ווי זיי ליידער, האב איך פארשטאנען אז ער טוט דאס אלץ 'חייך קודמין'' א בחינה פון אין חכם כבעל נסיון, ער איז דאך א געליטענער פון די חסידישע קידנעפינג מצוה. אבער איצט אז די פרייע פארווערטס אסאסיאציע האט טראנסלירט שלום'ס באשרייבונג פיל איך אז די וועלט איז מיט אונז חסידישע אידן. און איך בעט אייך ביישטייערט צום אפיל פראצעס אזוי אז דער ריכטער וואס איז ניט אנגעוויזן אויף די לאקאלע חסידישע "בלאק-וואוט" פון מאנסי, זאל צוריק אהיים ברענגען די עופה'לעך צו זייער מאמע. א דאנק פארן רעדאקטער הרב סאנדלער שליט"א פארן באריכטן די אידישע צרות אויכט נישט נאר די גוטע נייעס.
http://www.indiegogo.com/projects/bring-kelly-s-k...

תזכו למצוות!